גזירות ת"ח ות"ט

יון מצולה, ווענעציע, ה'תי"ג.

גזירת תּ״ח ותּ״ט זענען געווען יאָרן, וואס ביטערע פאגראמען זענען פֿאָרגעקומען, קעגן יידן אין פּױלן און אוקראַינע (1648).

באָגדאַן כמעלניצקי, אַן קאזאקן-פירער, האָט אויפגעשטעלט אַן אַרמײ װאָס איז באַשטאַנען פֿון קאזאַקן, טאָטארן און רוטענישע[1] קנעכט. צוזאַמען האָבן זיי רעװאָלטירט קעגן די פּױליש-ליטווישע הויך-אדעל און קעניג. זייענדיג איבערצייגט אז ייִדן זענען קעגן זיי, האָבן זיי אַטאַקירט ייִדן, געמאָרדעט, געפּלינדערט, פארגוואלדיקט, און אַנדערע שוידערליכע טאטן קעגן ייִדן.

עטליך 20,000 יידן אודר ווייניקער זענען אומגעקומען.[2] עס איז באוואוסט אויף ר' שמשון אסטראפאלער, א גרויסער מקובל, וואס האט פארשפרייט דער אורזאך צום אומגליק, טויזנטער יידן זענען געווארן היימלאז, יידן האבן געוואנדערט ביז אזש קיין קאנסטאנטינאפאל, אין טערקיי, אדער קיין אמסטערדאם. אין די פאלגנדע יארן וואר פוילן-ליטע אויך פון רוסלאנד, זיבנבערגן און הויפסטנס שוועדן אנגעגריפן. שלום איז נישט געקומען ביז 1667. היסטאריקער דוב וויינריב שאצט איין אז אין די קריגן קעגן די קאזאקן און אנדערען זענען אין גאנץ פוילן-ליטע 40,000-50,000 יידן אומגעקומען.[3]

עס איז באוואוסט די געשיכטע פון דעם ש"ך מיט זיין טאכטער, ווי זי איז פארלוירן געווארן, און נאך יארן האבן זיי זיך באגעגנט, דער ט"ז ווי ער האט געראטעוועט זיין שטאט, וואו ער איז געווען רב. און די ספעציעלע תפילה פארפאסט דורכן תוספות יום טוב, פאר יידן וואס שמועסן נישט ביים דאווענען.

די פוילישע אפֿענסיווע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א צוזאמגעשטעלטע ארמיי פון די פוילישע גראפן, האבן אנגעפאנגען צו אטאקירן די רעוואלטירער, און צום ענדע, האבן זיי פולשטענדיק באזיגט די אוקראינער אויפשטענדלער, צוריק איינעמענדיק די געגנטער און שטעט, וואס די קאזאקן האבן איינגענומען.

ביי די יידישע באפעלקערונג, איז באגדאן כאמילעצקי א מאסן מערדער, וואס האט אומגעברענגט הונדערטער טויזנטער יידן. ביים אוקראינער פאלק, איז ער א נאציאנאלער גיבור, וואס זיינע סטאטוען, זענען פארשפרייט איבער די שטעט פון אוקראינע.

שבתי צבי און יעקב פראנק, זענען ארויף געקומען אויף דער יידישער מאפע, און יידן האבן אנגעפאנגען גלייבן, אז דא וועט קומען די ישועה, דאס איז אויך געווען דער פחד פון די רבנישע וועלט אויף חסידים, האלטנדיג אז דאס איז נאך א משיחישער קולט.

  1. דעמאלסט איז נאך נישט געווען קיין 'אוקראינישע' פאלק, און אלע עסטליכע סלאוון זענען געווען באקאנט אלס 'רוטענען'.
  2. שאול שטמפפר. ?What Actually Happened to the Jews of Ukraine in 1648. ג'ואיש היסטורי, מאי 2003.
  3. Weinryb, Bernard Dov. The Jews of Poland: A Social and Economic History of the Jewish Community in Poland from 1100 to 1800. Jewish Publication Society (1973). ISBN 9780827600164. זייטן 195-197.