געבורט |
6 מאי 1938 (אלט 86) מומביי, בריטישע אינדיע | |
---|---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
לערנארט |
ניו יארק אוניווערסיטעט געזעצן שולע ניו יארק אוניווערסיטעט ישיבה אוניווערסיטעט | |
פאך | אדוואקאט, ריכטער | |
www | ||
אברהם דייויד סופר (ענגליש: Abraham David Sofaer; געבוירן 6טן מיי 1938, ד' ניסן ה'תרצ"ח) איז אן אמעריקאנער אידישער יוריסט, וועלכער האָט געדינט אלס לעגאלער ראטגעבער פאר די פאראייניקטע שטאטן שטאַט־דעפארטמענט בעת דער אדמיניסטראציע פון פרעזידענטן ראנאלד רייגן און דזשארדזש בוש. פאר דעם איז ער געווען א פעדעראלער דיסטריקט ריכטער אין ניו יארק און א פראפעסאר פון געזעצן אין קאלומביע אוניווערסיטעט.
געבוירן אין 1938 אין מומביי, אינדיע, צו בורמע-געבוירענע עלטערן. צו 14 יאָר האָט די משפּחה אימיגרירט קיין אמעריקע. געדינט דריי יאָר (1956–1959) אין דעם אמעריקאנער לופט־מיליטער. ער איז געווען א שוועסטער־קינד פונעם אקטיאר אברהם אייזיק סופר.