![]() | |
געבורט |
22 מערץ 1959 (אלט 65) קרוין הייטס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע ![]() |
---|---|
מדינה |
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ישראל ![]() |
www | |
![]() ![]() |
אברהם שבתי הכהן פֿרידמאַן (געב' י"ג אדר ב' ה'תשי"ט, 22סטן מערץ 1959), באקאנט מיטן נאמען רבי אברהם פריד, איז א לאנגיאריגער פאפולערע זינגער וואס ווערט אנגערופן מיטן טיטל אלס 'דער קעניג פון דער אידישער מוזיק פונעם היינטיגן דור', און ער האט שוין ארויסגעגעבן מער ווי 30 אלבאמען.
ער האט אנגעהויבן זינגען אלס קינד אין דעם חב"ד קינדער כאר.
ער איז א ליובאוויטשער חסיד און וואוינט אין קרוין הייטס.
אברהם פריד איז געבוירן געווארן אין תשי"ט צו זיין פאטער ר' יעקב משה פרידמאן, א בלאזשאווער חסיד, א זון פון הרב מאיר ישראל איסר פרידמאן, רב פון קרעניץ און א צאנזער חסיד. ער איז דער יינגסטער פון אכט קינדער (זעקס ברידער און צוויי שוועסטער). איינער פון זיינע ברידער איז מאניס פרידמאן.