אליעזר

דער ארטיקל דיסקוטירט אליעזר אין תנ"ך. טאמער זוכט איר דעם תנא רבי אליעזר, זעט אליעזר בן הורקנוס.

אליעזר איז דער נאמען פון דריי מענטשן אין תנ"ך.

אליעזר עבד אברהם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געווען דער קנעכט פון אברהם אבינו. ביי דער מלחמה מיט די פיר מלכים שטייט‏[1] אז אברהם האט מיטגענומען 318 מענטשן; חז"ל זאגן אז דאס איז געווען אליעזר, וואס די גימטריא פון זיין נאמען איז 318. תרגום יונתן רופט אים אליעזר דער זון פון נמרוד.

אברהם האט אים געשיקט אויסזוכן א כלה פאר יצחק. חז"ל זאגן אז ער הייסט "דמשק אליעזר" ווייל ער איז דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים.

אליעזר בן משה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ציפורה מאעכט ברית מילה פון זון אליעזר, צייכונג; יאן בפטיסט ווינקס (הולנד 1621)

דער צווייטער זון פון משה רבנו און צפורה האט געהייסן אליעזר.

דער נביא אליעזר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין מלכים ווערט דערמאנט דער נביא אליעזר וואס האט געזאגט א נבואה קעגן דעם מלך יהושפט.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. בראשית יד יד


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אליעזר