געבורט |
29 אויגוסט 1989 (אלט 35) וואשינגטאן די סי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | ישראל |
ברכה (ביטי) דויטש (ענגליש : Beatie Deutsch; געבוירן אין 1989) איז א ישראלי־אמעריקאנישע חרדישע פרוי, אן אַטלעט. זי איז די ישראל-מייסטערקע אין לויפן א האלב-מאראטאן (2018) און א מאַראַטאָן (2019).
דויטש איז געבוירן געווארן אין די פאַרייניקטע שטאַטן; אין 2009 האט זי אימיגרירט קיין ישראל זי האט אנגעהויבן טרענירן פאר לאַנגע לויפענישן אין 2015 ווען זי איז געווען אלט 25. זי לויפט אין א האלבקלייד און מיט באדעקטע האר. זי טרענירט מיט דער ירושלים לויפענישן גרופּע "די צווייטע גייסט" אונטער דער אנווייזונג פון עטי און יורם איינער. זי וואוינט אין דער הר נוף קוואַרטאַל פון ירושלים מיט איר מאַן און זייערע פינף קינדער, און אַרבעט ווי אַ פארבינדלערין מיט דער ״עולמי״ אידישע בילדונג ארגאניזאציע.
אין דעם ריגע מאַראַטאָן געהאלטן אין ריגע אין מאי 2019 האט זי דערגרייכט דעם ערשטן אָרט אין דעם האַלב מעראַטאַן מיט א צייַט פון 1:17:34.