געבורט | 1958 (אלט 66 בערך) | |
---|---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
פאך | דיכטער, שרייבער | |
גיטל שעכטער-ווישוואַנאַט (געב׳ 1958) איז א יידיש-שפראך דיכטערין.
גיטל שעכטער-ווישוואנאט איז געבוירן געווארן אין 1958 אין דעם בראנקס, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, צו איר פאטער, דער באַוווּסטער ייִדיש לינגוויסט און יידישיסט מרדכי שעכטער. זי איז אויפגאוואקסן אין א יידיש־רעדנדיגער שטוב, און האט געלערנט אלס קינד אין יידיש־שפראכיקע שולעס.
זי האט דעביוטירט מיט לידער אין די זשורנאַלן "יוגנטרוף" און "אױפֿן שװעל" אין יאר 1980. אַרויסגעגעבן אַ ביכל לידער מיטן טיטל "פּלוצעמדיקער רעגן" (תּל־אָבֿיבֿ, 2003). האָט שפּעטער רעדאַגירט "יוגנטרוף", "אויפֿן שוועל" און "ייִוואָ־בלעטער". זי איז אויך די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿונעם "אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך" (ייִדיש־ליגע בשותּפֿות מיטן פֿאַרלאַג בײַם אינדיאַנער אוניווערסיטעט, 2016).
זי וואוינט מיט אירע מאן און קינדער אין טינעק, ניו־דזשערזי.
שעכטער-ווישוואנאט געהערט צו א פירנדיקער פאמילע אין יידיש שפראך און קולטורעלע שטודיעס. איר פאטער איז געווען מרדכי שעכטער, א לינגוויסט פון יידיש מיט א גרויסער אויסווירק. איר מוטער ביילא שעכטער-גאטעסמאן (1920 - 2013) איז געווען א דיכטערין און לידער-שרייבערין; איר שוועסטער רחל שעכטער איז א זשורנאליסט ביים יידיש-פארווערטס; איר אנדערע שוועסטער איידל רעזניק איז א לערערין פון יידיש און פירט א יידיש־כאר ביי דער חרדישע געמיינדע אין צפת, ישראל; איר ברודער בנימין שעכטער איז א יידיש־שפראך קאמפאזיטאר און שוישפילער. ביי שעכטער-ווישוואנאט און אלע אירע געשוויסטער רעדט מען מאמע־לשון אין שטוב. איר זון, אהרן שעכטער-ווישוואנאט, איז דער איבערזעצער פון די "הארי פאטער" סעריע פון דזשיי.קיי. ראלינג. זיין ווערסיע פון דאס ערשטע בוך, "הארי פאטער און דער וויסן-שטיין" ("הערי פאטער און דער פילאסאפישער שטיין"), איז ערשט פובליצירט געווארן אין פעברואר 2020. גיטלס טאכטער, מינאַ ווישוואנאט, איז איינע פון די אנטוויקלערס פונעם יידיש שפראך קורס אויף דואָלינגאָ.