געבורט |
1960 (אלט 64 בערך) ו' אב ה'תש"ך בני ברק, ישראל | ||||
---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||
באשעפטיגונג | רב, פאליטיקער, מחנך | ||||
פארטיי | אגודת ישראל | ||||
| |||||
| |||||
חנוך זייבערט (געב' ו' אב ה'תש"כ, בני ברק ישראל) איז געווען דער בירגערמייסטער פון בני ברק צווישן די יארן 2013 ביז 2018.
זייבערט איז געבוירן געווארן אין בני ברק, צו זיינע עלטערן שאול און רינה זייבערט, גערער חסידים. נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין אשדוד. ער איז געווען טעטיק אין אשדוד, וואו ער האט אויפגעשטעלט און געפירט די "מגן הלב" שולע, פאר באזונדערער בילדונג פארן חרדישן ציבור. אין 2009 האט ער זיך געצויגן קיין בני ברק און ער האט געדינט דארט ווי דער וויצע־בירגעמייסטער פון דער יהדות התורה פארטיי און פארזיצער פון דעם אונטער־קאמיטעט פאר פלאנירונג און בויען.
אין די לאקאלע וואלן אין ישראל, וואס זענען פארגעקומען מרחשון תשע"ד, האט ער קאנדידירט מיטן שטיץ פון אלע חרדישע פארטייען און ער איז געוויילט געווארן בירגערמייסטער פון בני ברק מיט א קלארן רוב.
ער איז געהייראט מיט 11 קינדער.
בירגערמייסטער פון בני ברק | |||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|