יורה דעה (יודיש: ווייזט אהן וואס מע דארף וויסן) איז דער צווייטער חלק פון טור און שלחן ערוך.
דער נאמען נעמט זיך פון א פסוק אין ישעיה (כח,ט) אֶת מִי "יוֹרֶה דֵעָה" וְאֶת מִי יָבִין שְׁמוּעָה גְּמוּלֵי מֵחָלָב עַתִּיקֵי מִשָּׁדָיִם.
עס באשטייט פון דריי חלקים:
דאס איז דער יסוד פון אלע הלכות איבער כשרות פון עסנווארג, און דאס איז אמאל געווען די מערסטע נוגע פאר יעדן רב צו קענען.
עס באשטייט פון פיער גרויסע מקצועות און עטליכע קלענערע סימנים.
די פיער גרויסע זענען: הלכות טריפות, מליחה אלע הלכות פון זאלצן פלייש, בשר בחלב אלעס וואס איז נוגע דער איסור פון מילכיגס און פליישיגס און תערובות ווען עס מישט זיך אויס איסור מיט היתר.
די קלענערע זענען: הלכות שחיטה אכט-און-צוואנציג סימנים, מתנות כהונה, אבר מן החי, בשר שנתעלם מן העין, חלב (פעטס), דם, בהמה וחיה טהורה, דברים היוצאים מן החי, עופות, דגים, תולעים, ביצים.
עס אנטהאלט בסך הכל: הונדערט-און-עלף-סימנים.
אויך שטייט דא די הלכות פון ריבית, עבודה זרה, יין נסך און מאכלי עכו"ם.
בסך הכל באשטייען די דריי חלקי יורה דעה פון פיער הונדערט-און-דריי סימנים.