יעקב יוסף יאזעף

יעקב יוסף יאזעף
געבורט 1840
ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 יולי 1902 (אלט 62 בערך)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט הויפט רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יעקב יוסף יאזעף (ה'תר"א - כ"ד תמוז ה'תרס"ב) איז געווען דער ערשטער און איינציגסטער הויפט רב פון ניו יארק סיטי.

יעקב יוסף איז געבוירן געווארן אין שטעטל קראז לעבן קאוונע אין ליטע אין יאר תר״א. ער איז געווען א תלמיד פונעם נצי״ב אין וואלאזשין, און פון רבי ישראל סאלאנטער אין קאוונע. ער איז געווען רב אין ווילאן (תרכ"ח), יורבורג (תר"ל) און זשאגאר. דערנאך איז ער געווארן מגיד אין ווילנע.

אין יאר תרמ״ח איז ער געקומען קיין אמעריקא אויפן פארלאנג פון 18 קהילות אין ניו יארק צו דינען אלס הויפט רב. דא איז ער געווען רב 14 יאר ביז ער איז נפטר געווארן אום כ״ד תמוז תרס״ב פון הארץ עסעניש נאכן נישט מצליח זיין צו מתקן זיין יודישקייט אין אמעריקע וויאזוי ער האט געוואלט. ער האט אבער מצליח געווען צו באשטימען שוחטים יראי שמים, זיגלען עופות, און איינשטעלן משגיחים איבער די שעכטהייזער.

  • "לבית יעקב"