יצחק פרידמאן (באיאן)

יצחק פרידמאן
געבורט 1850
סאדיגורא, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 מערץ 1917 (אלט 67 בערך)
וויען, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב, אדמו"ר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט אדמו"ר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי יצחק פרידמאן זצ"ל (ב' תשרי ה'תר"י - י"ז אדר ה'תרע"ז), פון באיאן. דער דריטער זון פון סאדיגורער רבי'ן. באקאנט מיטן נאמען דער פחד יצחק, האט געדינט אלס דער ערשטער באיאנער רבי.

רבי יצחק איז געבוירן אין דעם צווייטן טאג ראש השנה, ב' תשרי ה'תר"י, צו זיין פאטער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מרים, א טאכטער פון הרב אהרן פערלאוו, דער בית אהרן, א זון פון הרב אשר פערלאוו פון קארלין-סטאלין.

אין יאר ה'תרמ"ג נאך די פטירה פון זיין פאטער, האט רבי יצחק אנגעהויבן צו פראוון זיין רביסטעווע אין סאדיגורא צוזאמען מיט זיין ברודער רבי ישראל, חשוון ה'תרמ"ז האט רבי יצחק זיך אוועק געצויגן קיין באיאן, דארט האט ער געגרינדערט דעם ביאינער חסידות, וואו טויזענטער חסידים האבן זיך באהאפטן צו אים.

ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי יצחק אנטלאפן קיין וויען אין איז דארט נפטר געווארן י"ז אדר ה'תרע"ז, און ער ליגט אין וויען.

רבי יצחק האט געהייראט ט"ו סיון ה'תרכ"ה, מרת מלכה א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא ( - ט"ז טבת ה'תרפ"א). זייערע קינדער:

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (27)