ישראל האפשטיין

ישראל האפשטיין
געבורט 1733
אפטא, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1814 (אלט 81 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי ישראל האפשטיין (ה'תצ"ג - י"ד תשרי ה'תקע"ה), באקאנט אלס דער קאזשניצער מגיד.

רבי ישראל איז געבוירן אין אפטא, פוילן, אין יאר ה'תקמ"ט צו זיין פאטער ר' שבתי דער ספרים איינבינדער, און צו זיין מאמע מרת פערל.

[ס'דא א סגולה ביי חסידים צו זאגן ערב שבת; אין זכות פונעם גרויסן ר' שלום, און אין זכות פון רבי ישראל בן פערל, זאל מען האבן א פרייליכן שבת.]

רבי ישראל איז געווען א תלמיד פונעם נודע ביהודה, פון הרב דובעריש כ"ץ דיין אין אפטא, פון הרב שמואל שמעלקא הורוויץ, ניקאלשבורגער רב.

זיין אייניקל הרב חיים מאיר יחיאל שפירא דער שרף פון מאגליניצא שרייבט אין דער הקדמה פון ספר עבודת ישראל, אז רבי ישראל האט געלערנט אומגעפער פופציג יאר שיעורים מיט שארפע תלמידים.

רבי ישראל איז געווען פון די תלמידים פון מעזריטשער מגיד, פון נועם אלימלך, און פון קדושת לוי.

זיין תלמיד דער דאמבראווער רב הרב מרדכי דוד אונגאר שרייבט אין זיין הסכמה אויף דעם עבודת ישראל, ער געדענקט אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט געלערנט ביים קאזשניצער מגיד זענען פונקן פייער ארויס, מיר האבן געזען ווי ער צילט צום אמת, און זיין שטרעבונג איז געווען צו פארענטפערן דעם רמב"ם.

רבי ישראל איז געווען דער מגיד אין קאזשניץ.

רבי ישראל האט זיך אנגעשמועסט מיט זיינע צוויי גוטע פריינד, דער חוזה פון לובלין און דער רבי ר' מענדעלע פון רימאנאוו[1], אז שמיני עצרת ה'תקע"ה וועלען זיי איינרייסען אינאיינעם צו ברענגען משיח, אבער ליידער האט מען נישט זוכה געווען דערצו, וויבאלד רבי ישראל איז נפטר געווארן ערב סוכות י"ד תשרי ה'תקע"ה.

פון רבי ישראל'ס קינדער פון זיין זיווג ראשון, מרת רויזא:

  • עבודת ישראל - עה"ת
  • עבודת ישראל - מועדים
  • עבודת ישראל - אבות
  • אור ישראל - תקוני זהר
  • בית ישראל - על הש"ס
  • גאולת ישראל - ספר גבורות ד' פון מהר"ל
  • גבורות ישראל - הגש"פ
  • יקר מפז - עה"ת, הפטורות
  • נזר ישראל - זהר הקדוש
  • נר ישראל - שם מ"ב
  • עגונת ישראל - שו"ת
  • רמזי ישראל - ספר התמונה
  • שארית ישראל - מדרש
  • תהלות ישראל - תהלים
  1. די דריי אבות החסידות פון פוילן, אין נקראין אבות אלא שלשה
  2. שם ושארית, הרב לוי גראסמאן