געבורט |
1779 פוילן |
---|---|
טויט | 1848 (אלט 69 בערך) |
קבורה ארט | ווארקע |
פאך | רב |
רבי ישראל יצחק קאליש (ה'תקל"ט - כ"ב ניסן ה'תר"ח), רבי אין ווארקע, באקאנט אלס דער אלטער ווארקער רבי, אדער ביי זיין נאמען רבי איציקל ווארקער, איז געווען דער גרינדער פונעם ווארקער הויף.
רבי יצחק איז געבוירן אין זאלאשין, לעבן קאליש, אין יאר ה'תקל"ט, צו זיין פאטער הרב שמעון קאליש א זון פון הרב יצחק קאליש. און צו זיין מוטער מרת יוטא. א רבנישע פאמיליע אפשטאמענדיג פון הרב מרדכי יפה "דער לבוש".
נאך זיין חתונה איז רבי יצחק געווארן פון די תלמידים פון הרב דוד פון לעלאוו, וועלכער האט אים צוגעברענגט צו דעם חוזה פון לובלין, דארט איז ער געווארן פון די אנהענגער פון ייד הקדוש.
אין יאר ה'תקע"ה נאך דער פטירה פון זיינע רבי'ס איז רבי יצחק געווארן פון די גרויסע תלמידים פון הרב שמחה בונם פון פרשיסחא, נאך דער פטירה פון רבי אברהם דער זון פון רבי שמחה בונם איז רבי יצחק אריבער קיין ווארקא און דארט אויפגעשטעלט זיין חסידישן הויף מיט טויזנטער תלמידים און אנהענגער.
רבי יצחק איז נפטר געווארן אחרון של פסח ה'תר"ח.
פון זיינע תלמידים:
איו עלטער פון פערצען יאר האט רבי יצחק געהייראט מרת רחל א טאכטער פון הרב מאיר פון זשאריק. זייערע קינדער: