מנחם מענדיל האגער (בני ברק)

מנחם מענדיל האגער
געבורט 28 נאוועמבער 1957 (אלט 67)
ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאטער משה יהושע האגער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי מנחם מענדיל האגער (געבוירן ה' כסלו ה'תשי"ח) איז דער וויזשניצער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ, אין עזרא גאס, בני ברק.

ער איז דער יונגערער זון פונעם פריערדיקן וויזשניצער רבי'ן רבי משה יהושע האגער, דער "ישועות משה", און פון מרת לאה אסתר, טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון דעעש הי״ד.

א יאר נאך זיין בר מצווה איז ער געפארן קיין אמעריקע צו לערנען אין דער סקווערער ישיבה.

ער האט געהייראט מרת מרים, די טאכטער פון הרב אברהם דוד הורוויץ, שטראסבורגער רב, ב׳ אדר ב׳ תשל״ו.

ביז זיין פאטערס פטירה כ' אדר ה'תשע"ב האט ער געדינט אלס רב פון קרית וויזשניץ, בני ברק. פאר א קליין שטיקל צייט, נאך איידער ער איז געווארן דער רב פון וויזשניצער שיכון, פלעגט ער אויך דינען אלס רב פון דער וויזשניצער קהילה אין אנטווערפן.

רבי מענדיל איז געקרוינט געווארן אלס אב"ד קרית וויזשניץ, בני ברק, י' סיון ה'תש"ן ביי דער היסטארישער פארזאמלונג פון "התוועדות העולמית דחסידי וויזשניץ" וואו זיין טאטע דער וויזשניצער רבי האט אים מכתיר געווען במעמד אלפי ישראל.

אין די לעצטע יארן האט רבי מענדיל אנגעהויבן צו פירן ווי אויך האט ער אנגעהויבן צו בויען מוסדות און געקויפט א א גרויסן שטח אין בני ברק, און בויעט אויף בתי מדרשים אין ארץ ישראל און אין דער גאנצער וועלט. אויסער בני ברק, האט ער אויך מוסדות וואס געפונען זיך אין אשדוד, אלעד, ירושלים, אנטווערפן, וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און לאנדאן. צווישן זיינע פראמינענטע און מער בארימטע חסידים זענען אריינגערעכנט: הרב ישראל גרינבערגער, רב פון דער וויזשניצער (רבי מענדל) קהילה אין פתח תקווה און אלעד און מחבר ספר שו"ת "שובה ישראל", דער עשיר און פילאנטראפ חיים שטערן פון קווינס און הרב שלמה שטיינמעץ פון וויליאמסבורג.

אום חודש תמוז ה'תשע"ח האט רבי מענדיל געגעבן א דרשה פאר זיינע חסידים אין ניו יארק, און אין ארץ ישראל אין וועלכער ער האט פארלאנגט פון זיינע חסידים צו האבן הונדערט פראצענט געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט צו אים, און ווער ס'קען נישט אויסהאלטן די ערפארדערונגען זאל ארויסנעמען זאפארט זיינע קינדער פון די מוסדות און זאל גייען זוכן פאר זיך אן אנדערע פלאץ. ער האט געזאגט אז ער וויל נישט האבן קיין "באטשיס" (א ווארט וואס שטאמט אורשפרינגליך פון אונגאריש און מיינט פעטער, אבער האט אויך א צוזעצליכע באדייטונג - "קאלטע חסידים"), און אז די וואס ווילן בלייבן זיינע חסידים מוזן איהם פאלגן אן קיין קושיות און בלינדערהייט זיין זיינע "שווענץ" ("געטרייע הייסע חסידים"). די דרשה וואס האט געדויערט אומגעפער צוויי שטונדען האט פאראורזאכט א שטורעם אין דער גאנצער חרדישער וועלט און האט מיטגעשלעפט מיט זיך צאלרייכע רעאקציעס (די מערהייט פון זיי איז רעאקציעס וואס קריטיקירן אפ לכאורה די גאנצע התנהלות פונעם רבי'ן און פונעם הויף "מרכז חסידי וויזשניץ", און א חלק שילדערן און פארגלייכן דעם הויף צו א סעקטע, צוליב די שטרענגע תקנות וואס זענען איינגעפירט דארט). דורכאויס דער דרשה האט רבי מענדיל געמאכט א ליד מיט די פאלגנדע ווערטער: "די שיטה הקדושה פונעם הייליגן ישועות משה, דהיינו שוואנצנות". ער האט באפוילן פאר זיינע חסידים צו זינגען דאס ליד אין פארזאמלונגען און אין יעדער אנדערער געלעגנהייט. שפעטער, איז דאס ליד פארשפרייט געווארן אומעטום, און ווערט היינט צו טאגס אפגעשפילט ביי פילצאליגע חתונות און אנדערע פאראנשטאלטונגען ארום דער חרדישער וועלט.

רבי מנחם מענדיל און זיין ווייב מרת מרים האבן איין זון און דריי טעכטער.