מסכת חולין איז די דריטע מסכתא פון סדר קדשים אין משניות, די מסכתא האנדלט ארום דיני בהמה וואס זענען נישט קרבנות (חולין).
זי האט 12 פרקים, און 142 דפים גמרא אין תלמוד בבלי.
מסכת חולין אנטהאלט, די דיני בהמה, וואספארא בהמות, וועלכע חלקים, ווי אזוי, און מיט וואס, א איד מעג עסן.
די זיבעטע און אכטע פרקים זענען פון די יסודות פון הלכות איסור והיתר וועגן דעם רופט מען אן מסכת חולין, מסכת "כלל גדול" (ברכי יוסף יורה דעה סימן רמו).
מסכתות פון ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ||
מועד | ||
נשים | ||
נזיקין | ||
קדשים | ||
טהרות | ||
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי |