די נאווהארדאקער ישיבה איז געווען די הויפט ישיבה פון דער תנועת המוסר. זי איז געגרינדעט געווארן אין נאווהארדאק אינעם יאר תרנ"ו דורך רבי יוסף יויזל הורוויץ, דער "אלטער פון נאווהארדאק".
ווען די באלשעוויקן האבן איבערגענומען די הערשאפט אין רוסלאנד האט דער אלטער געהייסן די בחורים אנטלויפן קיין פוילן. דארט האט מען אויפגעשטעלט א נעצווערק פון מוסר ישיבות מיטן נאמען "בית יוסף".
אין די תש"י יארן האבן צוויי נאווהארדאקער תלמידים, רבי אלחנן פערלמוטער און דער מגיד רבי יעקב גאלינסקי, אויפגעשטעלט א נאווהארדאקער ישיבה אין חדרה, ישראל. די ישיבה האט געהאלטן ביז די תש"ל יארן.