רבי אלעזר בן ערך איז געווען א תנא, וואס ווערט דעמאנט אכט מאל אין משניות.
רבי אלעזר בן ערך איז געווען א תנא אינעם צווייטן דור פון די תנאים, און איז געווען איינער פון די פינף תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי. (מסכת אבות פ"ב)
זיין רבי רבן יוחנן בן זכאי האט אים זייער משבח געווען און געזאגט אויף אים:
![]() |
אם יהיו כל חכמי ישראל בכף מאזניים ואליעזר בן הורקנוס אף עמהם, ואלעזר בן ערך בכף שנייה - מכריע הוא את כולם. | ![]() |
-- מסכת אבות ב', יא' |
ד.ה. ער וועגט איבער די אנדערע תלמידים. אויך האט זיך זיין רבי זיך אויסגעדריקט אויף אים: ער איז א נחל שוטף א מעין המתגבר, דאס הייסט א וואסער וואס שוועמט, א קוואל וואס שטארקט זיך (אבדר"נ פי"ד).
רבי אלעזר בן ערך האט גע'דרש'נט אין די סודות התורה וואס הייסט מעשה מרכבה, פאר זיין רבין רבי יוחנן בן זכאי, פלוצלונג איז אראפ א פייער פון הימל וואס האט זיי ארום גענומען, די מלאכי השרת זעענן געשפרינגען ארום זיי און זיך געפרייעט ווי מען פרייט פאר א חתן, א מלאך האט געשריגן פונעם פייער: דיינע רייד זענען מעשה מרכבה. די ביימער האבן געזאגט שירה דעם פסוק: אז ירנו כל עצי היער. ווען זיין רבי ר' יוחנן בן זכאי האט דאס געזעהט האט ער אים געקושט אויפן שטערן און געזאגט: וואויל איז דיר אברהם אבינו אז די האסט אזא אייניקל ווי רבי אלעזר בן ערך. (חגיגה י"ד, ב)
אין גמרא (שבת קמז ע"ב) ווערט פארציילט אזוי: רבי אלעזר בן ערך איז געקומען אין די שטאט פורגיתא, די וויין אין די שטאט איז געווען גאר גוט, און עס האט זיך געפונען אין אים גוטע טייכן און פיינע עסן, האט ער זיך געלאזט וואויל גיין, אבער מיט דער צייט האט ער פארגעסן צו לערענן, ווען ער איז צוריק צו זיינע חברים, האט ער אנגעהויבן צו לערנען תורה, אבער אנשטאט ער זאל זאגן החדש הזה לכם, האט ער געזאגט מיט א רי"ש החרש הזה לכם, האבן זיינע חברים געבעטן רחמים ביי השי"ת און ער האט זיך צוריק דערמאנט די תורה. דאס זאגט ר' נהוראי הוי גולה למקום תורה ואל תאמר שהיא תבוא אחריך, די זאלסט גיין אין גלות לערנען תורה, פארלאזט דיך נישט אז די תורה וועט קומען צו דיר.
ווען זיין רבי רבן יוחנן בן זכאי איז נסתלק געווארן איז ער אהיים געגאנגען צו זיין שטאט "אמאום", ער האט געווארט אז זיינע חברים זאלן קומען לערנען צו אים, אבער זיי זענען נישט געקומען, האט ער געוואלט גיין צו זיי, אבער זיין ווייב האט אים נישט געלאזט, זי האט אים געפרעגט ווער דארף אנקומען צו וועם, זיי דארפן דיך אדער דו דארפסט זיי ?, זאגט ער זיי דארפן מיך, האט זי אים געזאגט אויב עס ליגט עסן ערגעץ, און די ראטען דארפן דאס עסן ווער גייט צו וועם ? איז ער געבליבן אין זיין שטאט, אבער מיט דער צייט האט ער פארגעסן דאס לערנען, אויף דעם גייט דער פסוק: כי העושק יהולל חכם. (קהלת רבה ז,ז)
ער איז נסתלק געווארן פאר זיינע חברים ר' יהושע און רבי עקיבא (תוספתא נדרים פ"ו). א אינטערעסאנטע זאך שטייט אין ספר מבי"ט (ח"ב צ"ט) אז אין דמשק איז געווען א בית המדרש וואס איז מקובל אז דאס האט געבויעט דער תנא ר' אלעזר בן ערך, אבער א מומר האט עס חרוב געמאכט.
עס איז דא וואס זאגן אז ער איז געווען רבי אליעזר הקליר.