געבורט |
1100 פראנקרייך |
---|---|
טויט |
9 יוני 1171 (אלט 71 בערך) פראנקרייך |
מדינה | פראנקרייך |
פאך | רב, דיכטער |
הרב יעקב בן מאיר (ד'תת"ס - ד'תתקל"א), באקאנט אלס רבנו תם, אין ראשי תבות: ר"ת, איז געווען אן אייניקל פון רש"י, און פון די גרעסטע בעלי תוספות. ער איז גערופן 'תם' אויפן פסוק "ויעקב איש תם יושב אהלים" (בראשית כה, כז). אזוי ווי זיין זיידע, האט רבנו תם געוואוינט אין פראנקרייך. ער האט געשריבן דעם "ספר הישר" און א פאעזיע וועגן טראפ.