הרב יהודה יהושע צדקה, חכם יהודה | |
געבורט |
13 יאנואר 1910 ג' שבט תר"ע ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
20 אקטאבער 1991 (אלט 81) י"ב חשוון תשנ"ב ירושלים, ישראל |
קבורה ארט | סנהדריה בית עולם |
מדינה | ישראל |
לערנארט | פורת יוסף |
טעטיקייט ארט | ירושלים ישראל |
באלאנג | חרדים ספרדים |
אמטן | ראש ישיבה פון פורת יוסף |
זיינע רביס | הרב יעקב חיים סופר, הרב שלמה עבו מערבי מייסד פון אוצרות התורה ללימוד התלמוד, הרב עזרא עטייה |
חיבורים | קול יהודה |
הרב יהודה יהושע חיים צַדְקָה (געבוירן ג' שבט תר"ע - י"ב חשוון תשנ"ב; 13טן יאנואר 1910 - 20סטן אקטאבער 1991) איז געווען דער ראש ישיבה פון פורת יוסף, א פראמינענטער ספרדישער רב, און איינער פון די גרינדער פון דער מעיין החינוך התורני נעצווערק.
הרב צדקה איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רב שאול צדקה (ברודער פון הרב צדקה חוצין) און זיין ווייב שמחה, א טאכטער פון פרחה, שוועסטער פון הרב יוסף חיים, דער ״בן איש חי״. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידן - הרב יהודה סאמעך פון באגדאד. זיין מוטער האט אים צוגעגעבן דעם נאמען יהושע נאך א חלום, און ווען ער איז געווארן קראנק האט מען אים צוגעגעבן דעם נאמען חיים. ער האט געלערנט אין דער בני ציון חדר און אין דער פורת יוסף ישיבה. אין יאר תרצ"ד (1934) האט ער געהייראט פהימא באטאט. אין יאר תרצ"ז (1937) האט הרב עזרא עטייה אים באשטימט צו זאגן שיעורים אין פורת יוסף, אלס ממלא מקום פון הרב אליהו לאפעס וואס איז נפטר געווארן יענע יאר.[1] אין יאר תש"ל (1970) האט מען אים באשטימט ראש ישיבה.
ער האט חתונה געהאט אין א ערשטע חתונה מיט רביצין פאהימא (באטאט). זייערע קינדער:
הרב יהודה צדקה ער האָט חתונה געהאַט א זיווג שני מיט רביצין תמר (טאכטער רבי מיימון אסודרי מישיבת פורת יוסף העתיקה).
פֿריערדיגער: הרב עזרא עטייה |
ראש ישיבה פון פורת יוסף צוזאמען מיט הרב בן ציון אבא שאול תש״ל - תשנ״ב "קול יהודה" |
נאָכפֿאלגער: הרבנים משה צדקה און שלום כהן |