געבורט |
1928 ט"ו סיון תרפ"ח ווילנא |
---|---|
טויט |
8 נאוועמבער 2017 (אלט 89 בערך) י"ט חשוון תשע"ח |
קבורה ארט | רכסים |
מדינה | ישראל |
לערנארט | פאנאוועזשער ישיבה |
טעטיקייט ארט | רכסים, כפר חסידים, ירושלים |
באלאנג | מתנגדים |
באשעפטיגונג | מוסר |
חיבורים | לעבדך באמת |
בת זוג | רבקה |
הרב דוב יפה (ט"ו סיון ה'תרפ"ח, 3טן יוני 1928 - י"ט מרחשוון ה'תשע"ח, 8טן נאוועמבער 2017) איז געווען דער משגיח אין דער כנסת חזקיהו ישיבה אין כפר חסידים, אין דער קול יעקב ישיבה אין ירושלים און אין דער קרן אורה ישיבה אין כרמיאל. ער איז געווען איינער פון אויסגעצייענטע בעלי מוסר אין די ת״ש יארן.[1]
ער איז געבוירן געווארן אין ווילנע צו צבי יחזקאל און טובה גיטל יפה. אין יאר ה'תרצ"ה איז די משפחה ארויפגעגאנגען אין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין תל אביב. ער האט געלערנט אין יישוב החדש, חברון, פאנעוועזש און סלאבאדקע. ער האט זיך געהאלטן בקשר מיטן חזון איש און ער פלעג איבערזאגן ווערטלעך פון אים.[2]
אין די תש״ך יארן האט מען אים באשטימט משגיח אין דער כנסת חזקיהו ישיבה, אין דער תקופה ווען הרב אליהו לאפיאן איז געווען דער מנהל רוחני פון דער ישיבה. אלול תש"ל, נאך לאפיאן׳ס פטירה, האט ער איבערגענומען דעם אמט פון מנהל רוחני פון ישיבה. ער האט געוואוינט אין רכסים, נאענט צו דער ישיבה. אויך האט ער געדינט ווי משגיח אין קול יעקב אין ירושלים און אין קרן אורה כרמיאל.
כ"ו אב תשע"ב איז ער געווארן א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.
הרב יפה האט געגעבן יעדע וואך צענדליגער מוסר שמועסן און וועד׳ן אין די ישיבות וואו ער איז געווען משגיח און אויך אין בית המוסר אין ירושלים.
הרב יפה האט געהייראט רבקה כהן, א יתומה וואס איז אויפגעוואקסן ביי איר פעטער הרב אהרן כהן, ראש ישיבה אין חברון. זייערע קינדער זענען