געבורט |
1798 פוילן |
---|---|
טויט |
21 מערץ 1870 (אלט 72 בערך) אלעקסאנדער, פוילן |
זיינע רביס | יצחק מאיר אלטער |
רבי חנוך העניך הכהן לעווין (שאַטין) (ה'תקנ"ח – י"ח אדר ב' ה'תר"ל) רבי אין אלעקסאנדער.
רבי העניך איז געבוירן אין לוטאמירסק אין יאר ה'תקנ"ח צו זיין פאטער הרב פנחס הכהן לעווין פון לוטאמירסק, און צו זיין מוטער מרת שרה חנה שאטען.
נאך זיין חתונה וואוינענדיג אין פרשיסחא איז רבי העניך געווארן צוגעצויגן צו דעם ייד הקדוש, נאכהער איז ער געווארן פון די גרויסע תלמידים פון הרב שמחה בונם פון פרשיסחא נאכהער איז ער געווארן פון די תלמידים פון דעם קאצקער רבין. נאך זיין פטירה איז רבי העניך געווארן פון די אנהענגער פון חידושי הרי"ם כאטש רבי העניך איז געווען עלטער פון אים.
רבי העניך איז געווען רב אין נאווידוואר און אין פראזשניץ, נאכהער האט ער זיך געצויגן קיין אלעקסאנדער, אין יאר ה'תרכ"ו נאך דער פטירה פון חידושי הרי"ם האבן די חסידים אויפגענומען רבי העניך אלס רבין, און ער האט אנגעפירט זיין רביסטעווע אין אלעקסאנדער.
רבי העניך איז נפטר געווארן י"ח אדר ב' ה'תר"ל.
רבי העניך האט געהייראט א טאכטער פון הנגיד הרב יעקב יעקיל פון פרשיסחא. זייערע קינדער: