געבורט |
7 יולי 1948 (אלט 75) טריפאלי, ליביע |
---|---|
מדינה | ישראל |
וואוינארט | נתניה |
פאך | איניציאטאר, סוחר |
יצחק תשובה (געבוירן ליביע 7טן יולי 1948, ל' סיון ראש חודש תמוז תש"ח) איז א ישראלישער ביזנעסמאן און א פילאנטראפ וואס איז בעיקר פארנומען מיט אומבאוועגלעכע גיטער, דורך די קאמפאניס אין דער דלק גרופע און אלעד אינוועסטמענטס אונטער זיין קאנטראל. אין 2019 האט פאָרבס מאַגאַזין געשאצט זיין ווערט אויף 14.8 מיליארד ש"ח.
יצחק תשובה איז געבוירן געוואָרן אין טריפּאָלי, די הויפטשטאָט פון ליביע, אין 1948. ווען ער איז געווען זעקס חדשים אַלט, האָבן זיינע עלטרע רחמים און דזשוליא צוזאַמען מיט זייערע אַכט קינדער אימיגרירט קיין ישראל און געוואוינט אין נתניה.
ער האט אנגעהויבן זיין געשעפט ווי אַ קאַנסטרוקציע קאָנטראַקטאָר, צוערשט אין ישראל און שפּעטער אין די פאַרייניקטע שטאַטן.
יצחק תשובה ער מיט זיין ווייב חיה תשובה האבן פינף קינדער;