געבורט |
1730 אוקראינע |
---|---|
טויט |
31 אקטאבער 1797 (אלט 67 בערך) טשערנאבל, רוסלענדישע אימפעריע |
פאך | רב |
אַמט | אדמו"ר |
רבי מנחם נחום טשערנאבלער (ה'ת"ץ - י"א חשוון ה'תקנ"ח) איז געווען דער גרינדער פון טשערנאבילער חסידות, און פון די ממלאי מקום פונעם בעל שם און גרויסן מגיד. ער איז באקאנט אויפן נאמען פון זיין ספר מאור עינים, וואס איז איינע פון די גרונד ספרים פון חסידות.
רבי נחום איז געבוירן געווארן אין דער שטאט גאַרינסק, וואהלין גובערניע, אין יאר ה'ת"ץ, צו זיין פאטער הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם.
רבי נחום איז נאך געווען א קינד ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, און זיין פעטער האט אים אויפגעצויגן.
ווען רבי נחום איז געווען א יונגערמאן האט דער בעל שם טוב אים צוגעצויגן צו חסידות און איז געווארן זיינס א תלמיד מובהק. נאך דער פטירה פון בעש"ט איז רבי נחום געווארן פון די גרויסע תלמידים פון מעזריטשער מגיד.
נאך ביים לעבן פון זיין רבי'ן האט שוין רבי נחום אנגעהויבן ארום צופארן אין די שטעטלעך אין וואהלין, צו דערנענטערן יידישע הערצער צום אייברשטען. נאך זיין רבי'נס פטירה האט רבי נחום אנגעהויבן פירן זיין אייגענעם הויף, פון אנפאנג איז ער געווען אין פראהאביטש, און שפעטער אין טשערנאביל. אסאך פון די צדיקים פון זיין צייט פלעגן פארן זיך פראווען ביי אים. זיין אייניקל הרב יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס שרייבט, "ביים זיידן רבי נחום איז געווען איין אויבן-אן מיט ווייסע זשיפעצעס".
ביי חסידים פלעגט מען דערציילן, אז דער מאור עינים האט ערקלערט, אז ווען ער האט געזאגט דברי תורה איז עס געווען אין באגריף פון "שכינה מדברת מתוך גרונו". דער ספר מאור עינים, אינאיינעם מיט די ספרים תולדות יעקב יוסף פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה, זענען געווען ספעציעל באליבט ביי חסידים אלץ א "כלי ראשון" פון תורת החסידות, זייענדיג פון די ערשטע געדריקטע ספרים פון די תלמידי בעש"ט. אנדערש פון דעם ספר התניא פון רבי שניאור זלמן מלאדי, וואס איז באזירט אויף הויכע באגריפן פון ח'כמה ב'ינה ד'עת, און רבי נחום האט געהאלטן אז נישט דאס האט זיין רבי - דער גרונדער פונעם חסידות - געוואלט מ'זאל לערנען אלץ דרך פאר פשוטי עם.
רבי נחום איז נפטר געווארן י"א חשוון ה'תקנ"ח, און ליגט אין טשערנאביל.
רבי נחום האט געהייראט מרת שרה אן אייניקל פון הרב יצחק שפירא, רב אין לובלין, א זון פון הרב נתן נטע שפירא, רב אין האראדנע "דער מבוא השערים". זייערע קינדער: