רבי שמואל שטראשון (ה'תקנ"ד - י״ג אדר ב׳ ה'תרל"ב) איז באקאנט אלס דער רש"ש, ער האט געוואוינט אין שטאט ווילנא, און געווען א פאמיליע מיטגליד מיט די אלמנה ואחים ראם, וואס זענען געווען די ערשטע ארויסצוגעבן זיינע הגהות אויף ש"ס, מדרש רבה, א.ד.ג.
הרב שמואל שטראשון איז געבוירן אין זאסקאוויץ צו זיין פאטער ר׳ יוסף אין ה'תקנ"ד (1794). ער איז געווען אן איידעם ביי ר' דוד שטראשון, און האט גענומען זיין משפחה נאמען. זיין שווער האט זיך געצויגן קיין ווילנא ווען נאפאליאן איז אריין אין רוסלאנד. אין ווילנא האט ער געגרינדעט א "קלויז" (בית מדרש). זיינע הגהות אויף ש״ס זענען באוואוסט פאר זייער שארפקייט און ברייטקייט.
ער איז נפטר געווארן אין ווילנא י״ג אדר שני ה'תרל"ב (1872).
זיין זון רבי מתתיהו שטראשון איז געווען א באוואוסטער תלמיד חכם און האט געהאט א גרויסע ביבליאטעק; זיין טאָכטער צענא איטא איז געווען די ווייב פון יוסף שמואל הארקאווי.